עולם הלימוד · Olam HaLimud
Libraryצמח צדק הקדמון

צמח צדק הקדמון ס

Tzemach Tzedek Hakadmon 60 · צמח צדק הקדמון · free full Hebrew text

Open in the reader →

נסעו מפה ק"ק ניקלשפורג בכסליו תאי"ו וי"ו לפ"ק לק"ק ווינא להביא משם סחורות ובחזרתם משם פטרו לשלשתן בלויה אנשי ק"ק ניקלשפורג שהיו אז בק"ק ווינא עד כי החזיקו בדרך ליסע לק"ק ניקלשפורג ונשותיהם של כמר ליב וכמר אנשיל הנ"ל היו פה ק"ק ניקלשפורג מצפות לבעליהן ויחילו עד בוש כי לא חזרו לימים שהיו ראויים לחזור ולבוא ושלחו לחקור עליהם איה אפוא הם רואים ואין מגיד להם רק הקול נתפשט שבחזרתם מק"ק ווינא עברו דרך כפר שרי"ק והיו לנים שם ונהרגו שלשתן על ידי ערלים פלוני ופלוני ולא נודע מקור ושורש התפשטות הקול הזה מאין מוצאו אחרי כן כמו שבוע או שבועיים עשו הכרזה בכמה כפרי' ושווקים בסביבות כפר שרי"ק על שלשה יהודים שנאבדו מי שיודע מהם מאומה יבא ויגיד ויטול שכרו ולא בא שום אדם להגיד רק הקול מתחזק שנהרגו על ידי הערלים פלוני ופלוני ופלוני הנ"ל ולא נודע מאין מוציא הקול הזה: והנה ביום ג' באסרו חג דשבועות תאי"ו זיי"ן לפ"ק העיד כמר שלמה זלמן בן אהרן ז"ל שור בבי דינא כד הוו במותב תלתא בתורת עדות בעונש אם לא יגיד ונשא עונו. וז"ל בל"א. איך אונ' איצק מאניש זיין גאנגין בערב שבת בכפר לאדין דארף זיינן מיר פיר גאנגין פאר איין שטאדיל האבן שקצים דרינן גיערבט שרייאט איינר ארויז אנשיל אנשיל גיב מיר ווערפיל זא האב איך תכף משיג גיוועזן דר שקץ מיינט וואש וועגין דען אנשיל הנאבד דען איך האב דעם שקץ וואול גיקענט דז ער האט מיט אנשיל אופט פפלעגין צו פארין קיין ק"ק ווינא דער שקץ האט פפלעגין פיש צו פירן איז אנשיל מיט אים גיפארין ער איז זיין גוטר ביקאנטר גיוועזין. זא זאג איך צו דעם שקץ וואש איז דען וויישט דוא דען וויא עש דען אנשיל דר גאנגין איז זא זאגט דער שקץ וואש וויל איך ניט ווישן איך ווייש בעשיר אלש דוא זא זאג איך צו אים הער צו קום דוא מיט מיר אויף זייטן איך וויל דיר ווש זאגין זאגט דער שקץ זאג מיר דא פר מיין גישפאן. זאג איך ווען דוא וואש וויישט קום מיט מיר צו דעם ריכטר איך וויל דיר פר שרייבן ו' אדומים אונ' איין פעקיל פון טוך ווען דוא וואש רעכט ווישן ווערשט. זאגט דער שקץ עש איז הלט שווער צו צייהן אבר דאש מאגשטו פר גוויש גלויבן דז דעם ניט אנדרשט איז דז מען זיא האט דיא קעפף אפגישניטן. אונ' דיא לייבר גיווארפין אין דיא אידן טייכליך בייא ווילוורש דורף אויף זולץ צו. אונ' בפירוש גימעלט דיא ג' אנשים זא פראג איך אין אויף דיא קעפף וואז זיא זיינן הין קומן זאגט ער דאש ווייש איך ניט אבר דעם איז ניט אנדרשט דז דיא לייבר אין דיא איד"ן טייכליך קומן זיין ליגט וואש דרויף דז מן דיא טייכליך אפ שטעכט זא ווערט מן גוויש דיא לייבר פינדן זא פראג איך וויא עש גישעהן איז זא זאגט ער זיא זיינן נוא אין וועג גיוועזין פון שרי"ק ארויז זא האבן זיא פיר גווערט אונ' זיא איין מורא גימאכט עש ווערין רייטר דא פר האנדן זיא ווישטן ניט זיינן זיא פריינט אודר פיינט זיא זאלין אום קערין אונ' זאלין נאך ווארטין דא קערין זיא זיך אום אונ' אן אובנט קאמן זיא איבר אינן אונ' שניידן זיא דיא קעפף אפ עש איז גיוועזין דער יעגיר אונ' דער קראלי אונ' דער ווירט האט גם כן איין חלק דראן גיהאט זא פראג איך אין וויא ער דאש ווייש זא זאגט ער ער ווייש וואול אונ' איז דעם ניט אנדרשט עכ"ל של כמר זלמן שור שהעיד בתורת עדות ביום הנ"ל וכן בענין זה העיד גם כמר יצחק בן מנחם מן ס"ל ז"ל ביום הנ"ל בתורת עדות בעונש אליו"ע: שוב ביום א' ב' שבט תא"ו חי"ת לפ"ק העיד כמר יהודא ליב בן מהור"ר אברהם דעקנוג בבי דינא כד הוו במותב תלתא בתורת עדות בעונש אליו"ע וז"ל בלשון אשכנז איך אונד כמר שלום פשקיז זיינן גיוועזין בכפר לאדין דארף האבן איין שקץ טוך פר קויפט זאגט דער שקץ קומט מיט מיר צו דעם בעקין דארט האב איך מיין געלט זיינן מור הין גאנגין זאגט כמר שלום הנ"ל זיך אין דעם בית איז אחד דער יודע איז מן הנאבדים בעו"ה: זיינן מיר אריין קומן זא פראגט אונש דער בעק וואש מיר ביגערין האבן מיר גיזאט איין שקץ וויל אונש ביצאלין פר טוך זא זאגט ער עש איז גוט זא איז נאך איין אנדרר שקץ גישטנדן פר דעם אובין אונ' זאגט צו כמר שלום מיין האבט איר נאך ניקש גיוואר גווארין פון דיא דריי לייט זא זאגט כמ' שלום גאט דר בדמיש וואש וועלין מיר גיוואר ווערין זא הט דער בעק גיפראגט דען שקץ וואש איז דען דער מער זא האט דער שקץ גיזאגט עש זיינן דרייא יהודים קומן אויף שרי"ק אונ' זיינן פארט גיצוהן זה האבן זיא אינן איין מורא גימאכט עש ווערין אים וואלד רייטר זא האבן זיא זיך אום גיקערט זיא האבן זאכין בייא זיך גיהאט טוט זיך באלד איינר פערכטין נון ביי נאכט זיינן זי אויף זיא קומן אונ' זיא דר שלגין איך ווייש אליש ווערש גיטאן האט אונ' וואו אליש הין קומן איז איך ווייש אויך וואו אירי ראס הין קומן זיין זא האב איך גיזאגט צו דען שקץ ווען מן דיר דיין קליין פינגרל דרוקן זאלט מכשט וואול זאגין זא זאגט דער שקץ בהיט מיך גאט. דאז איז. ווישן טוא איך אליש עש איז נון וואש מין אליש צווייא יאר זיא האבן שיני זאכין בייא זיך גיהאט. איינן האב איך וואול גיקענט ער האט גיהיישן אנשיל. דיא אנדרן צוויא ווייש איך ניט וויא זיא גיהיישין האבן. איך האב זיא אויך גיקענט אבר איר נאמן ווייש איך ניט. זא איז לכמר שלום איין וויינן אן גאנגן זא זאגט דער בעק מיין יוד זארג דוא ניט דיא זאכן ווערן ניט פר שוויגן בלייבן עס ווערט נאך אן טאג ליכט קומן זא האבן מיר דען שקץ גיפרעגט איז דעם אזו גוועזין אז רייטר פר האנדין זיינן גיוועזין זאגט ער ניין עש זיין קייני פר האנדין גיוועזין איז נאר זא אן גישטעלט גיווארין דז מען זיא צו רוק גיבראכט האט: עכ"ל של כמר ליב דעקנוג שהעיד בתורת עדות ביום הנ"ל: שוב ביום א' ט"ז שבט תח"ל העיד כמר מנחם מענדיל בן אהרן בבי דינא כד הוו במותב תלתא בתורת עדות בעונש אלי"וע וז"ל בל' אשכנז פר עטליכי וואכין זיינן מיר גוועזין צו אובר זולץ דהיינו מיין טעט אונ' כמר מרדכי דאביטשויא אונ' איך ובליל שבת האבין מיר געשין איז מרדכי אנטשלאפין וויא ער גיזעשין איז אונ' זיין קאפף גיבוגן גיהאט ביז אויף דעם טיש דז ער אויף זיין פנים גלעגין איז אונ' אונזר ווירט דער ערל איז אויך גיזעשין מיט אונש זא זיכט דער ווירט וויא מרדכי אזו אנטשלופט שטראק ציכט ער זיין מעסיר אויז אונ' זאגט צו מיין טעט אדם דען מן היישט אין ביניהם אדם זא שפריכט ער אדם זיך וויא דין גישפאן מרקיש דא ציגט ווען ער זאלט אזו ליגן צו שרי"ק אונ' דער קראלי מאכט בייא אים זיין זא מאכט ער אים דען קאפף אראב שניידן וויא ער דען ג' יהודים גיטן האט אין הט מיט איין האנט גיהאלטין דען קאפף של מרדכי אונ' מיט דער אנדר האנט גיצוהן דז מעשיר הין אונ' ווידר איבר זיין האלז אונ' גיזאגט אזו מאכט ער אים מאכין אור אליש גילאכט אין רידן דען ער האט ניקש ביגערט צו טאן נאר שערץ גיטריבן זא זאגט מן טעט צו אים מיין וואש זאגט איר דא וויא ווישט איר דאש זאגט ער ער האט מירש דאך זעלבן גיזאגט פיל מאל איי וויא פיל טוקאטון האט ער ביקומן פר דיא זאכין וואש ער פון זיא ביקומן האט זא זאגט מיין טעט צו מיר זייא שומע וואש דער מגיד איז זא האט דער גוי ווייטר גירעט איז ער יוא איין וועק גילאפין דעש האלבן גאר נייליך אז ער ווידר קומן איז ולסוף האט דער גוי אויך גיזאגט בזה הלשון זיא זיינן פייני לייט גיוועזין איינן האב איך גאר וואול קענט דען אנשיל גאר איין היפשד יוד