עולם הלימוד · Olam HaLimud
Libraryצמח צדק הקדמון

צמח צדק הקדמון קעה

Tzemach Tzedek Hakadmon 175 · צמח צדק הקדמון · free full Hebrew text

Open in the reader →

אויף דער נאכט זיינן מיר קומן לכפר חראשטשי ברוד מיר האבן גימינט ער ווער ניצול גיווארדן אזו זיין קומן כמה גוים אינ' גוית. אונ' האבן אונש גיפרעגט אוב קיינר ניט פון אונש אפ' גיט האבן מיר גיזאגט פון אונש גיט קיינר אב רק איינר איז גריטן דער איז אנטקומן האבן זיא משיב גיוועזין ער איז ניט אנטקומן ער איז נהרג גיווארין אונ' האבן אונש גיזאגט וויא די הריג' איז גיוועזין ער הט וועלין ענטלופן איז אים איין פויאר נאך גילאפן איז ער אין גידיכטן וואלד אריין קומן האט מיט דעם סוס ניט פארט קענט איז ער אראב גשטיגן אונ' האט דעם שווערט אויז גיצוגן אונ' זיך גיווערט האט אים דער פויאר דעם שווערט אויס גישלאגין אונ' האט אים מיט זיין איגנן שווערט גהאקט אויך האט ער אים מיט דער קייל פארן דעם מוח אויז גישלאגן דאז איז גיוועזן ביום ב' כ"ו חשון אונ' דיא גוים הנ"ל האבן אונש דאז גיזאגט בליל ג' ז"ך חשון דיא גוים האבן גיזאגט דיא צורה פון דעם יהודי איין הויכר מאן אונ' איין שווארצן בארט אונ' האט גיהאט איין שווארץ סוס אונ' וויא זיא האבן גיזאגט רזו איז עש גיוועזן ביום ג' אויף דער נאכט איז דעם פריץ שקץ היים קומן אויז דער דול האבן מיר גיהערט וויא ער האט פר דער מוטר דער צילט דז הגוי יודע"ק מראדי"ק האט איין יהודי גיהרגת מיט זיין אייגינן שווערט אונ' אים מאה אדומים וועק גינומן דער נאך דוא ער איז פון דער מוטר וועק גנגין האבן מיר אים ווידר גיפראגט האט ער אונש אויך אזו גיזאגט דאז פפערד ווש דער יהודי איז דרוף גריטן איז גוועזן דעם פרוץ וואס דער רידוואן איז זיין גיוועזין אזו האבן אונש פויארן גיזאגט וויא דער פריץ האט ששה זהובים געבן אונ' האט דאש פפערד ווידר ביקומן ביום ג' אין גאנצן טאג זיינן אלש גוים קומן אונ' האבן גיזאגט דו מאן איין יהודי האט גיהרגת האבן מיר גיבעטן דען פריץ ער זאל רייטן אונ' זאל זעהן אוב עש אמת איז איז ער גריטן האט ער גיזאגט ער האט נישט גיזעהן אך ורק דיא ב' פויארן ווש ער האט אויש גשיקט האבן אונז גוזאגט זיא האבן אים גיזעהן גהרגת ליגן נעשט מער אין העמד אונ' איז אים אין בריטל אויף דעם פנים גלעגין אונ' איין פולישר בריף איז בייא אים גילעגין אונ' מיר האבן גיהערט פון דעם יהודי הנ"ל ער האט אונש גיזאגט וויא ער בייא זיך האט איין בריב פון מקום מזאמאשטש פון אין לוזן וועגין עכ"ל: שוב העיד האלוף כמהר"ר אבנר בן מהר"ר יודא בת"ע ובעונש הנ"ל וז"ל בל"א: צו וואיידסלב האט אך איין יהודי זעלין בייא אונש אין רידוואן זיך אויף דינגן האב איך ניט גיוועלט ליידן האב אים ניט גיקענט דער נאך איז רבי שמואל חזן צו מיר קומן אונ' האט מיר גיזאגט ער איז איין גוטר מאן ער היישט רבי יחיאל ער איז מזאמאשטש רבי ליב שמוקלירש זון האט מיר בנג גיטאן דז מיר אים ניט אין ריטוואן האבן גינומן אזו האט ער זיך בייא דעם פריץ ווש דער רודוואן איז זיין גיוועזין זיין סוס גדינגט אונ' איז בייא אונזרן רידוואן גריטן דא זיינן מיר ביום ב' כ"ו חשון אויש דעם דארף וויסאקי ארויש גיפארין איז דער יהודי הנ"ל פאר אן גריטן איין מאל אין וואלד האבן מיר איין גשריי' גיהערט בין איך אויש דעם ריוואן ארויש גישפרונגן אונ' דער יהודי איז צורוק קומן צו רייטן אונ' איז צורוק גילאפין קען וויסאקי צו זיינן אים פויארן נאך גילאפין אונ' האבן אים גישלאגין האבן גיזאגט דער האט אונש גיוואלט שיסן דער נאך האבן פויארן מיך אין וואלד אריין גפירט בין איך ווידר צום רידוואן קומן דא איז אונזר פריץ גישאנדן בייא דעם רידוואן האב איך אים גיפרעגט ווארום ער ניט לאשט ווייטר פארין האט ער משיב גיוועזין דיא פויארן האבן דעם יהודי זיין סוס גינומן וויל איך זעהן דש פפערד צו ביקומן אויף דער נכט זיינן מיר קומן לכפר חראשטשי ברוד האט אונש איין גוי' מעצמה גיזגאט וויא איין יהודי איז נהרג גיווארן ער האט קאלטנש אונ' איין שווארצן בארט אונ' איין היכר מאן איך ווייש דז דער רב יחיאל הנ"ל האט דיא סימנים האב איך דיא גוי' גיפרגט הושטו אים גיזעהן האט זיא גישפראכין פרייליך האב איך אים גיזעהן גיהרגת ליגן דער נך האב איך גיהערט דז דעם פריץ שקץ איז היים קומן האט ער פר דער מוטר מספר גיוועזין דו מעשה וויא איין יהודי איז נהרג גיווארן אונ' האט גיזאגט ווער דער רוצח איז אונ' וויא ער האט אים מאה אדומים וועק גינומן דער נאך האבן מיר דען פריץ גיבעטן ער זאל שיקן גיוואר צו ווערין איז זיין משרת קומן אונ' האט גיזאגט וויא ער האט אים גיזעהן ליגן אונ' האט אן אים גיזאגט אלי סימנים הנ"ל אונ' האט גיזאגט וויא זיא אן אים שייצליכי מיתות גיטאן האבן דער נאך האבן מיר דעם פריץ גיבעטן ער זאל אין לאזן ביגראבין האבן אים איין טאליר צו גיזאגט האט דער פריץ ביפולין זיין משרת ער זאל אים ביגראבן אזו דז מן זיך זאל ניט דראן שטוסן דז אים דיא פויארן ניט זאלין אין וושיר ווערפין: שוב העיד כמר ליב בן הר"ר יחזקאל בתורת עדות ובעונש הנ"ל וז"ל בלשון אשכנז: בייא מיר צו וואיידסלב איז גייועזי רבי יחיאל בן רבי ליב שמוקאלש מזאמאשטש האט ער נאך גדינגט איין סוס אצל הפריץ וואש דער רודוואן איז זיין גיוועזין וואש רבי אבנר מלוקאב איז מיט אים גיפהרין האט זעלין בייא דעם רידוואן רייטן אין איך בין פור גיפרין דא איך אין קומן לכפר חראשטשי ברוד איז קומן דער שטרוזשי אין הוף האט גיזאגט לפי תומו וויא איין יודי איז גיריטן בייא דעם רידוואן מיט יהודים וואש דא איז בגזלת גיווארדן אין נהרג גיווארדן האב איך גירעט צי מיין חבר דער רבי יחיאל איז גוויש נהרג גיווארדן דער נאך זיין קומן צילופין ר' אבנר מיט זיינר חברותה דיא דא זיין אין רידוואין גיפארן אונ' האבן גיזאגט וויא זיא זיין בגזלת גיווארדין בייא דער נאכט איז קומן איין גוי' האט גיזאגט לפי תומה ווי' איין יהודי איז נהרג גיווארדן האט גיהאט קאנטני"ש אונ' שווארצן בארט איין הוכר מאן אונ' איך ווייש דער יהודי הנ"ל האט דיא סימנים גיהאט מיר האבן גיבעטן דעם פרוץ מחראשטשי ברור ער זאל רייטן זוכן דעם הרוג אין ער קומן האט גיזאגט עד האט נישט גיפונדן אבר ער האט גישיקט זיין משרת מיט איין פויאר איז דער משרת קומן האט גיזאגט ער האט איס גיפונדן ליגן גיהרגת מיט דיא סימנים הנ"ל אונ' האט גיזאגט וויא זיא אים האבן גרושי עינויים אונ' שייצליכי מיתות אן גיטאן אונ' האט גיזאגט וויא ער האט אין בריטל אויף דעם פנים ליגן אונ' איך ווייש דז ער האט איין בריטל אויף דעם הרצין גיטרגן עד האט גאלד דרינן פורניט גיהאט אויך האט מיר דער משרת גיבראכט איין סידרל ווש ער האט בייא אים גיפונדן או' דאם סידרל איז מיין גיוועזן איך האב אימש צו וואיידסלב גליגן הוט מירש דער פרץ גיברוכט כל הנ"ל הוגבה כדת וכראוי ולא להתיר באנו רק להראות בפני בעלי הוראה היום יום ר"ח כסליו תי"ו יו"ד זיי"ן לפ"ק: נאם הקטן יצחק בא"א הר"ר זאב וואלף שליט"א: נאם יעקב הקטן בן לא"א ה"ה מהר"ר אור שרגא מעלקש חונה פה בייטום: נאם הקטן יוסף בן א"א הר"ר נפתלי הירש ש"ן מק"ק קראק חונה פה בייטום: