עולם הלימוד · Olam HaLimud
Libraryתירוש ויצהר (שו"ת)

תירוש ויצהר (שו"ת) סט

Tirosh veYitzhar 69 · תירוש ויצהר (שו"ת) · free full Hebrew text

Open in the reader →

מודעה רבה

מאת כנסת אמחזיקי הדת" בווארשא

פיל עסען היר פלייש. ניט פרעגענדיג פון וואנען דיא פלייש איז פערלאזינזיכדיג אויף דעם פליישער. דאס בריינגט דאס עס ווערען היער אויפגנעסען פיל אקסען, קעלבער, שעפסין, אויך עופות, וועלכע ווערען געשאחטין דורך שוחטים וואס האבען אויף זיך קיין שום השגחה פון קיין שום ב"ד בעולם, גם אויך אזאלכע וואס אויך ניט די שוחטים זאגען כשר, נור וועלכע די קצבים זעלבסט זטגלן כשר וד"ל. (עס איזט שוין היער אויך פערקויפט געווארען פערד לעבער פיר רינדער לעבער. און אויך חלב דאורייתא פיר שמאלץ), אזא נאכלעסינקייט אין מאכלות אסורות אין א גרויסער חילול השם, א מכשול גדול פאר זיך און פאר אנדערע, כמובן. דארום זענען מיר מודיע אז ווער עס וויל זיין בעזיכערט אז ער עסט כשר פלייש, און נעהמט ניט אין די 3 יאטקעס (היינו די פלייש באזארען גענשא 4 פראנגציש קאנער 19. טווארדא 1). זאל קויפען פלייש נור אין די געוועלבער, וועלכע האבען א הכשר פון ב"ד אויף זייער נאמען, און אכטוג געבען אויף דעם חודש און דעם יאהר פון הכשר. די געוועלבלר וועלכע האבען הכשרים ווערען אויפנעזעהן דורך משגיחים עס זאל דארט ניט קומען קיין אנדער פלייש נור היגע, וועלכע שטייט אונטער השגחת הבד"צ. און עס זאל זיך אבגיסין אין דער צייט כדין. מען זאל וויסען אז די מורי הוראה יצ"ו נעהמען פיר דעם הכשר קיינע געלד ניט, און חוץ די 10-15 קאפ' וואכענטליך וואס קאסט דעם פליישער אויף די הוצאה פון די משגיחים, קאסט איהם דער הכשר נאר ניט, און די פליישער וועלכע האבען ניט קיין הכשר (יהיו מי שיהיו, אפילו דיא יחסנים) איז נור ווייל זייא ווילען האנדלען מיט פרעמדע פלייש אויך, וועלכעס עס איז אויף זיי אויסער דעם איסור פון שחוטי חוץ (וועלכעס איזט שוין לאנג אונטער גצשריבען באיסור גמור פון אלע גדולי עולם ובתוכם גם גדולי ווארשא בדור שלפנינו זכרם לברכה. זא וויא עס איזט צו זעהן אין כרוז פון שנת כת"ר וואס מיר זענען דא מעתיק). קען מען אויך ניט זיכער זיין מיט זייא פון חשש נבילה וטריפה ר"ל. די לנזהר

וכמה גדולים דברי חכמים וויא גרויס זענען די רייד פון די חכמים חכמי הדורות שלפנינו ברוך שבחר בהם ובדבריהם. זייא האבען געזעהן פאראויס דעם מכשול וואס קען ארויס קומען פון שחוטי חוץ, און זייא הצבפן געלייגט א איסור וחרם חמור ניט צו ניצין קיין שחוטי חוץ. נור ווייל דיא זאך איז דא היער נתפרץ געווארען ווייל דער עולם האט דיך איין נערעדט אז דא אין ווארשא איז ניטא דער איסור, איז מען געקומען צו די אלע מכשולים כנזכר, ה' יכפר בעד, דערום האבען מיר געפונען פיר גלייך דא מעתיק צו זיין דעם כרוז פון שנת כת"ר בחתימות יד כל רבותינו נוחי נפש זללה"ה אין יענער צייט [אשר היה מונח תח"י הגביר הנכבד ר' נחום שפיגילגלאס בין הכתבים של אביו ז"ל הרב המנוח ר' נתקא נ"ע מו"צ דפה] פון וועלכען עס איז צו זעהן אז דער איסור שחוטי חוץ איז דא היער נאך פון לאנג

וזה לשון הכרוז אות באות: בעזה"י מודעה מבד"צ דפה

לאשר נתברר לנו דאס עס טראגען ווייטער ארוס אנשים בשר למכור בחזקת כשר והוא טרפה, וכבר נכשלו הרבה בע"ב דפה באיסור אכילת טרפות אשר ידוע חומר האיסור לכל ישראל, לזאת מחויבים אנחנו להודיע עוד הפעם לכל אנשי עירנו עם זאל קיינער נישט קויפען קיין פלייש בייא קיין שום מענש נאר אין דיא יאטקעם הכשרים הקבועים פה, אויך זאל קיינער נישט זאגען דאס אויף דעם מענש מעג מען זיך סומך זיין הגם ער קאן דעם משנש *). עס איד איין איסור גמור צו קויפין נאר ביאטקעס, היינו הן אליין הן ע"י שליח וואס הבעה"ב שיקען קויפין נישט בייא דיא וואס קויפין פריהער און ברענגען דער נאך לבעה"ב יהיה מי שיהיה

גם נתברר לנו כמה מכשולים ממוכרי אווזות שחוטות שמכרו אסורות בחזקת כשרות. ע"כ מזהירים אנחנו ג"כ באזהרה גדולה לכל אחב"י דפה מען זאל נישט קויפין בייא קיין שום מוכר אווזות קיין גאנז נור אז דיא גאנז וועט זיין גיחתמת בחותם שניתן להשוחטים וכן אינדיקסים זאלען ג"כ זיין ניחתמת בחותם אצל המוכרים **)

*) דא עקא, דער גאנצער מכשול איז באמת ביז היינט. איבער דעם וואס פיל פערלאזען זיך אויף זייערע יחסנים פליישער, און זאגען ביי איהם איז ניטא וואס צו שרעקען זיך, ביי איהם מעג מען נעהמען אן א הכשר אויך, איך נעם שוין ביי איהם א סך יאהרען. אבער מען איז שוין גוט דערגאננען אז אויף דעם סמך איז טאקי דוקא ביי דיא יחסנים אין די געוועלבער שחוטי חוץ מכל המינים, עם איז אויך זיך נישט צו פערלאזען אויף די עדות פון די מנקרים אין דעם. ווייל זייא זענען אנוסים און נוגעים בעדותם, וד"ל

**)מיר האבען דא די גילעגענהייט פארלייגין דעם היזיגען יעצטיגען ב"ד יצ"ו. צז איבער די מכשולים וואס איז יעצט ווידער געווארען מיט די עופות דאס עס שוחטין פיל שוחטים שלא ברשות אין די קעלערס און עס ווערט נעבריינגט עופות פון דער גאנצער וועלט ניט וויסענדיג ווער די שוחטים זענען, וואלט יעצט אויך גלייך גיווען איינארדינען עס זאל זיין בלאמבעם אויף יעדער עוף. און אלע וועלכע ווילען עסען א כשר שטיקעל עוף זאל געווארינט זיין ניט צו קויפין קיין שום עוף סיידין עם זאל זיין אויף דעם בולעק א בלאמבע פון די שוחטים פון די שעחט הייזער. גם איו מען מודיע א יעדער אין דער היים זאל נזהר זיין אז ער שיקט שאחטין איין עוף זאל ער אנזאגין אז דער שליח ואל ניט גיין אין קיין אנדער ארט נור אין די גלאוונא יאטקעס ווייל נאר דארט שטייען די שטאדט שוחטים, (אויב ער וויל קען ער אנזאגין אז ער זאל בריינגען מיט א בלאמבע, די בלאמבע קאסט באר ניט). אויף דעם עוף יוואס האט געשאחטין א שוחט שלא ברשות ב"ד איז אויף איהם א שאלה.