עולם הלימוד · Olam HaLimud
Libraryתירוש ויצהר (שו"ת)

תירוש ויצהר (שו"ת) שסו

Tirosh veYitzhar 366 · תירוש ויצהר (שו"ת) · free full Hebrew text

Open in the reader →

והנה זה נ"ב שנים אשר הנני תלי"ש רב בישראל. ובכל דרשותיי בשה"ג הנני נוהג אשר מלבד דברי פלפול ודרוש ומוסר. הנני מגיד קיצור הדינים. הנוגעים לחג הפסח. ובהם דיני אפיית המצות. ואם קרה שה"ג סמוך ליו"ט. אשר כבר כמעט נאפו המצות לבני עירי. אז נהגתי אשר בשבת שלפני שה"ג. עכבתי קה"ת בכל ג' בתי מדרשים וביהכנ"ס שיש בעיר פלונסק. או בעיר קרסניבראד שיש ביהכנ"ס וביהמ"ד א'. וסבבתי לכל המקומות הק' והגדתי הדינים ואזהרות לאפיית המצות ומכל בתי חסידים ומנינים באו לשמוע. ובשה"ג דרשתי הדרוש עם יתר הקיצור דינים הנוגעים לחג הפסח ואכמ"ל. ומעת בואי לכאן נוהגים בועד הרבנים לפרסם דיני חג הפסח גם במכה"ע העבריים

א) ומשנת תרמ"ו והלאה עשיתי הקול קורא הזה: בשעת מען גליהט דעם אויווען. דארף מען די גליה=קויהלען פונאנדערשארמן איבער"ן גאנצען אויווען און אויך אויף דעם קוימען. וואס געפינט זיך פאר דעם אויווען כדי אלץ זאל שטארק געגליהט ווערען. די גליהוג דארף דערפיהרט ווערען צו אזא צושטאנד. אז פונ"ס גאנצען אינוועניגסטען אויווען-פלאך זאלען געהן פינקען. מען טאר נישט באקען מצות גלייך אין דעם געגליהטען אויווען. צום ערשט מוז דער אויווען זיך אבקיהלען פון דער גליהונג און צום באקען מצות מוז ער פון דאסניי געהייצט ווערען. דער אויווען טאר נישט האבען קיין גריבלעך און ברייטע שפאלטען

ב) דאם מעהל. וואס מען נעהמט צום באקען מצות. מוז זיין. לכל הפחות א מעת לעת נאכדעם. ווי מען האט עס געמאהלען. מען טאר נישט לטגען דאס מעהל איין זאק אויפן אנדערען. ביים בעקער זאל קיין זאק מיט מעה נישט ליגען אנגעשפארט אן דער וואנט

ג) דאס וואסער צום פערקנפטען דאס מצה-טייג, מוז ווערען געשעפט נאך זון אונטערגאנג. אבער נאך איידער עס בעווייזען זיך שטערען אויפין הימעל. דורך דער נאכט זאל דאס וואסער שטעהן צו געדעקט. אויף אקיהל ארט

ד) מען טאר נישט באקען מצות מיט וואסער וואס איז נישט געשטאנען צוועלף שעה צייט. זינט מען האט דאס וואסער גפשמפט. אויב בשעת דעם באקען וועט אויספעהלען וואסער וואס איז געשעפט געווארען פארנאכט. מעג מען צו-מישען איין דריט-חלק (3\1) וואסער. וואס מען האט געשעפט בייטאג

ה) צו מצות וואס ווערען געבאקען אום זונטאג. מוז מען אנגרייטען וואסער פון דאנערשטאג פארנאכט

ו) נאך מנחה צייט דארף מען אויפהערען באקען מצות. ווייל ביינאכט טאר מען קיין מצות נישט באקען. אינדערפריה זאל מען אנהויבען באקען. ערשט נאך 7 א זייגער כדי עס זאלען זיין פולע 12 שעה זינט מען האט געשעפט דאס וואסער. אויב מען וויל אנהויבען באקען מצות פאר 7 א זייגער פריה מוז מען זיך בענוצען מיט וואסער וואס האט גענעכטיגט 2 נעכט

ז) יעדער איינער וואם איז זיך מתעסק ביים מצות באקען מוז אלעא 3 טעג זיך גוט אבשניידען די נעגעל פון די הענד. מען דארף אויך פערשארצען די ארבעל און זיי פערבינדען. כדי עס זאל זיך נישט צוקלעבען קיין טייג

ח) קיינער פון די בעשעפטיגטע ביי די מצות. טאר נישט. למעה"ש עסען קיין חמץ ביי די סישען און אנדערע ערטער. וואס האבען אשייכות צו די מצות

ט) ביים אויווען דארפען זיך געפינען עטליכע לאפאטעס. ווען די לאפאטט. מיט וועלכפר מען שיעבט די מצות איז ווארעס גטווארען פון דער היץ אין אויווען. מוז מען די דאזיגע לאפאטע גלייך אוועקשטעלצן אבצוקיהלטי און דערווייל זיך, בענוצען מיט אנאנדערע לאפאטע: י) אין אוווען טאר קיין מצה נישט אנריהרען די אנדערע מצה דער שיעבער דארף אכטוע געבען אז ס'זאר נישט ווערען קיין מצה כפולה (עס זאל זיך נישט פארקנייטשען איין שטיקעל מצה אויפ"ן אנדערען). אויב ער נעהמט ארויס א מצה כפולה פון אויווען זאל ער גלייך אבברעכען דעם כפל. צוזאמען מיט נאך א שטיקעל מצה (די ברייט פונ"ם גראבען פינגער)

א) איידער די מצה איז נישט ביסעל צוגטבאקען טאר מען זי נישט ארויסנעמען פון אויווען

יב) מען דארף זיין געהיטען. אז אין דעם מעהל אדער טייג זאל נישט אריינפאלען קיין זאלצ. פעפער קאלך וכדומה

יב) די בעשעפטיגטע ביי די מצות זאלען נישט מיט הענד פון טייג אנריהרען די געבאקענע מצות. די גאנצע צייט וואם זיי ארבייטען ביי די מצות זאלען זיי נישט האבען צו טהון מיט קיין טייג. זיי דארפען אפילו נישט באקען אינדערהיים קיין חלות אויף שבת

יד) אנהויבענדיג באקען די מצות. דארפען אלע באשעפטיגטע זאגען לשם מצות מצוה

טו) אלע כלים. ווי די בעקענס. טישען. וועלגערהעלצער און לאפאטעס זאלען זיין אהן שפאלטען. אדער סענקעס. די שטיקלעך גלאז. אדער אנדרע זאכען. מיט וועלכע מען קראצט-אב (מען רייניגט) די וועלגערהעלצער אדער טישען. זאלען נישט זיין שפיציג. כדי נישט שאפען קיין שפאלטען בשעת דעם ריינינפן

טז) דאס מעהל טעפעל צו דער מיירע זאל האבען נישט מעהר. ווי די מאס פון צוויי מיט אהאלבע 2\1 2 קווארט

יז) מען טאר נישט אריינשיטען דאס מעהל אין דער מאם מיט די הענד. נאר מיט א נייעס און ריינעם לעפעל. מען טאר אויך נישט דאם מעהל אנשטיפען פעסט אין דעם מעהל-טעפעל.דאס מוז ווערען אריינגעשיט לויז

יח) אויב די מיירע אז צו-ווייך. טאר מען נישט צו שיטען קיין פריש מעהל. כדי זי הארפפר צו מאכמן. מען מעג אבער פערקנעטען א בעזונדער הארט טייגעל און דאס דאזיגע טייגעל אויסקנעטען צוזמען מיט דער פריהערדיגער ווייכער מיירע

יט) דער וואסער גיסער זאל נישט גיסען דאם וואסער פון דער הויך. כדי ס'זאל זיך נישט פונאנרערשפריצען קיין מעהל: כ)די מיירע טאר נישט צושניטען ווערכן אויף מעהר טייגלעך. ווי עס בעטרעפט די צאהל העלפערס ווייל קיין טייגעל טאר נישט ליגען. אפילו קיין רגע. אויב ממן ארבייט נישט דערביי

כא) דער רעדלער דארף געדענקען אפט צו רייניגען די רעדלפך. אז ס'זאל זיך אויף זיי נישט געפינען קיין שפורמן פון טייג מען טאר אויך נישט אוועקלעגען פיעל מצות אויפ"ן רעדעל -טיש און זיי זאלען בלייבען ליגען. ווען מען רעדעלט זיי נישט

כב) מען טאר נישט האלטען קיין מצה ביים אויווען אפילו קיין איין רגע אויב מען דערלאעט א מצה צום אויווען און דער שיעבער נעהמט זי נישט אריין איז די מצה חמץ: כג) די בעשעפטיגטת ביי די מצות דראפען אפט(צווישען יעדע עטליכע מיירעס) זיך וואשען די הענד און גוט זיי אבווישען: ידידו עוז בלונ"ח.