עולם הלימוד · Olam HaLimud
Libraryתשובת הגאונים (מהר"ל יעקב בן הרב יצחק הלוי פולק)

תשובת הגאונים (מהר"ל יעקב בן הרב יצחק הלוי פולק) יב

Teshuvos haGaonim (maharl Rabbi Jacob Pollak) 12 · תשובת הגאונים (מהר"ל יעקב בן הרב יצחק הלוי פולק) · free full Hebrew text

Open in the reader →

דען אנדרין טאג איז ער גילאפן קען וורעשנה האט זיך גיקויפט איין פרה אונ' איין קובלי האבן דיא כפריים מתמיה גיוועזין וויא ער געלט האט גינומן. ער מח דען יהודי הורג האבן גיוועזין האט צדוק דען בעל גוף גיבעטין ווייש מיר וויא דער רוצח וואונט האט ער גזאגט דאש זעקשטו הויז פון מיר דער פאריץ האט וועלין האבן מיר זאלין אוועק גיין צדוק האט ניט גיוואלט. מיר זיין קומן צו דעם רוצח איז דעם רוצח דאש הערץ אנטפאלין אונ' איז איין וועק גילאפין אין וואלד. דא האט דעד פאריץ שומרים גיהלטן איז דער רוצח קומן צו זיינו ממזרים האט מן אים דער ווישט. דא האט ער אלז פאר מודה גיוועזין בלא עינוי אין איך בין קומן אזו האבן מיר גוים גיזאגט דא איך צום רוצח קומן האט ער גיזאגט דער יהודי האט מיר אויז געבן עש ווער אים זיין חלק איין שעה רעה אן קומן עס ווער איין יהודי קומן בהשכמה יום ו' קודם עלות השחר און העט אין גידינגען קען קאשטרין דא העט ער אין ניט דען דרך היושר גיפירט העט אין אויף איין שטעג גיפירט דא איז ער קומן אין איין מיטל וועג האט דער יהודי אן גיהובן וויא פירשטו מיך הין. האט ער גיזאגט איך האב דען דרך גיפעלט האלט שטיל איך וויל דען דרך הישר זוכך דא ווער דער יהודי דער שראקין אונ ווער איין וועק גיריטן האט ניט וועלין הרין דא האט אים דער גוי נאך גישריאן האט דער יהודי גישפראכן וויא פירשטו מיך הין העט דער גוי אך גשריאן אונד העט אין גישאלטן האט דען יהודי וועלין פון סוס הראב ווערפין. דא האט דער יהודי גגריפן צום שווערט דא האט דער גוי גינומן איין האק אונד האט אים זיין מפרקת אב גיהקט ווער דער יהודי הראב גילאפן אונ האט גישריאן דא האט זיך דער יהודי דר מאנט אונד האט צו אים גיזאגט