תשובת הגאונים (מהר"ל יעקב בן הרב יצחק הלוי פולק) יא
Teshuvos haGaonim (maharl Rabbi Jacob Pollak) 11 · תשובת הגאונים (מהר"ל יעקב בן הרב יצחק הלוי פולק) · free full Hebrew text
Open in the reader →איין גוי הייש מאטשי איז איין צימרמאן איז צומיר קומן אפשר ח' ימים קודם דאש דיא שמוע איז מפורסם גיווארן. האט צו מיר גיזאגט מן העט איין יהודי הורג גוועזין לו לעשנב' אוב עש ווער וואר אזו האט ער מיך גיפראגט. דער נאך איז דער פריץ פון לעשנב' קומן לגניזן האט גיפראגט גיט אייך איין יהודי אב אונ' איז דער נאך איין הער לק"ק פוזנא קומן אונ' האנו היא אך גיפראגט גיט אייך איין יהודי אב. בתוך כך בין איך הער קומן האב נאר גיבראכט. איז צו ימיר קומן רבי יונתן איידם האט צו מיר גזאגט האשטו ניט גיהערט רבי שמואל אונ רבי מרדכי האבן מיך גיפרעגט. אוב איך דען פריץ קען דא עש אונטר גישעהן איז. איך האב גיזאגט יוא איך קען אין דא האבן זיא מיר דען צדוק מיט געבן זוא בין איך קומן לעת ערב צו דען פארץ. דא האט מיך דער פאריץ גיבעטין וואש דיך אים כפר ניט אונ מאך קיין צעקה דא האט דער פאריץ גיזאגט קענט איר דיא הויב דיא דער יהודי אויף גיהט מיין שקץ האט זיא גיפונדן אים וואלד אין בוים גישטעקט זיין זיא גוועזין האט צדוק גיזאגט יוא איך ווער זיא קענין. צדוק האט ניט וועלין אב לאזין פון דעם פאריץ האט זיא אים מוזן ווייזן האט ער זיא גיקענט האט צדוק גיזאגט צום פאריץ איך וויל דיר י' זהובים הגריי' שענקין היב דען רוצח אויף האט אונש דער פאריץ היישין גין אין דיא הערבריג צום כפרי האט דער כפרי גיזאגט עש ווער איין יהודי קומן בהשכמה ביום ו' האט ער זיך וועלין עגלה דינגן קיין קאסטרין האט דער כפרי גיזאגט וויא מן העט איין יהודי גיהרגת איין גערטנר האט אים זיין סוס פאר דינגט אום ד' גדולים איין סוס לבן. אונ דער גוי איז גילאפן צו פוס בייא אים אונד דער כפרי איז באלד ווידר קומן צו רייטין.