עולם הלימוד · Olam HaLimud
Libraryתשובת הגאונים (מהר"ל יעקב בן הרב יצחק הלוי פולק)

תשובת הגאונים (מהר"ל יעקב בן הרב יצחק הלוי פולק) יג

Teshuvos haGaonim (maharl Rabbi Jacob Pollak) 13 · תשובת הגאונים (מהר"ל יעקב בן הרב יצחק הלוי פולק) · free full Hebrew text

Open in the reader →

מיך ניט הורג שון מייני קלייני קינדר דראן נעם וואש איך האב. דא העט ער גידאכנו ער ווערט דאך אום דאש חיות קומן ווער איך אין ניט הורג זיין אונד האט אים איין האק געבן אם קאפף מן הצד. דער נאך האט ער אים גינומן דיא פיש אונד האט אים גישלעפט אזו ווייט אז ב' פעמים לבית החיים פון הינטן אונד האט דאש שווערט אב גיגורט אונד האטש גיווארפין אין איין מים אונד האט אין ווייטר גישטעפט אונד האט אים דיא בגדים אויס גיצוגן אונד האט זיא ביגראבן אין איין גרוב זיין טלית ותפילין וטעבליין מאטשגיר בריב זיין דינן גיוועזין. אונד ווייטר האט ער אין גישלעפט פון דען בגדים אונ האט אין גיליגט אין איין וואשיר אונד האט אין מיט האלץ צו גידעקט. דער רוצח איז גיגאנגין האט דאש אלז גוויזן אונד מן האט דאש אלז גיפונדן. דער פאטר אונד ווייב אונ צדוק האבן דאש אלז דערקענט האבן גיזאגט דאש איז דש פוטר פון דער שויפא. אונד דער ראק זיין תפילן אונד זיין געלט בייטל אונד זיין וואטשקי אונד זיין בריב אונ זיין טעבליין האבן דאש אלז דער קענט. דער נאך האבן מיר אין גיזוכט האבן נישט קענן גיפונדן האבן מיר גיפונדן איין קאפא אונ איין הירן שאל אונד דאש מויל. וויא דער רוצח האט גיזאגט וויא ער אים איין האק האט געבן. זוא האט מן עש גיפונדן אן דער הירן שאל. דא האט מן איין פוס אך גיפונדן אונד עצמות. דאש האט מן אלז לק"ק גניזן גיפירט לקבורה אונד דיא שויב אונ' אן די קליידר אונ' דען קאפף אונד הירן שאל אונד מויל אונ עצמות בגראבן. אונד אזו אופט אז מן דען רוצח האט גיפרעגט ווארום זיצשטו אזו האט ער אלז גיזאגט אות באות כהנ"ל. הן ליהודים הן לגוים להבדל. וויא דיא שמוע גנגין איז. אונ דאש זעלביג