שו"ת ר' משולם איגרא קסה
Shut Rabeinu Meshulam Igra 165 · שו"ת ר' משולם איגרא · free full Hebrew text
Open in the reader →האבין זייא מיר גיזאגט אז איין בעקאנטער שיף מיינסטיר האט אליין דער ציילט פאר דיא לייט פון גלאץ אז דער שיף מיט זיין נאמין האט ער גיזאגט איז אינטער גיגאנגען ווארים עס איז גיוועזין אנגיבינדען עטליכע ספלאוויש האלץ האט זיך אויף גיחאפט איין רוח סערה אין האט ארויף געטראגען דעם ספאלאוו האלץ אויף דער שיף, איז נאר אונטער געגאנגען דיא שיף מיט דעם האלץ, אין דאס קליינע שיפיל וואס עס איז גיוועזין אן געבינדען בייא דער גרויסע שיף זיצט דערויף איין מענטש פון דיא שיפיר וויא ער האט געזעהן אז דיא גרויסע שיף גייט אונטער האט ער דעם שטריק אפגעשניטען ווארים דאס קליינע שיפעל איז געוועזין לאנג אן גטבינדען, אזוי איז דער סדר דאס קליינע שיפטל גייט פון ווייטין אן געבינדען וויא עס האט געזעהן דער שיפיר השני אז דאם קליינע שיפעל איז ניט אונטער געגאנען האט ער אב געבינדען דאם קליינע שיפיל אין איז דער צו צו גיפארין אין האט געפינען דעם מענטש טויט דיא גאל איז אום צו שפרינגען גיווארין פאר מורא אין האט דער ציילט דעם שיף מיינסטער אז ער האט דער זעהן פון ווייטין דיא שיף מיט דעם ספלאוו האט ער דער קענט דיא שיף אין האט אב געבינדען זיין קליין שיפעל אין איז צו געפהרען צו אוס אין האט אויך געפרעגט אויף זיין זין האט ער אום געזאגט אז ער איז נהרג גיווארין איין טאג דער פריר איידער זייא האבין גפירט פון גלאץ. ער איז ארויף גילאפין צו דעם זיגעל בוים אויף דעם שטריק לייטער אין איז אראפ געפאללען אין איז נהרג גיווארין בק"ק הנ"ל אין דיא לייט האבין געזאגט פון ק' הנ"ל גלאץ אז ברוך איז אין דער שיף אריין גיגאנגען וואס דער זין איז נהרג גיווארין האבין מיר אום גיווארנט אונ האבין צו אום געזאגט ברוך וואס שטעלסט דוא דיך איין מיט דעם אלטין פאטיר צו זעטצין זיך מיט איין שיף וואס עם איז איין סכנה מיט האלץ אנגעבינדען האט ברוך גיענפערט אונז. דער שיפער האט אונז צו געזאגט אז ער וועט לאזען דעם ספלאוו וויא ער וועט אראפ קוממען צו דעם וואסער באהר"ם אויס דער עונה ארויס מיט דעם האט ער זייא פאר נארט אויף דער שיף מיט דעם ספלאוו
ע"כ הגב"ע השייך לתשובה הנדפס בלקט הקמא המתחיל יראו הגאונים
העיד איש חשוב מוהר"ר אהרן ב"מ זיסקינד מה ששמע מפי אנשי וואלחיי אמר בזה הלשון. דער שיפיר איז געגאנגען קיין סטאמביל איז געוועזין אן געבינדען אן דער שיף איין ספלאוו מיט פריש האלץ איז גיראטין דאם מאהל. דאס אנדרע מאהל האבין אויך דיא שיפערס גיווארנט אין ער איז פארט געגאנגען מיט פלאוועס איז דארך איין רוח סערה איז דער ספלאוו ארויף אויף דער שיף, האט דער ספאלוו נישט גיקאנט שיף זה ושמע מהר"א הנ"ל אין מען האט אויס געזאגט אז ר' משה'ס איידעם איז דארטין גיוועזין אין דער שיף אין מען האט דעם שיפער אויך גיווארנט דער אנדערער שיפער וואס ער איז אן געקוממען האק אפ דעם ספלאוו ווארין דיא שיף דיינע וועט פאר בייא זיין ע"כ. במותב תלתא כחדא הוינא אתא לקדמנא כהר"ר משה בן מוה"ר אליה הכהן אביה של העגונה והגיד לנו בתורת עדות ובחר"ם בזה"ל ר' שמחה מק' גלאץ וואס ער זיצט היינט בק' סטעפינשטאט האט געזאגט אזוי דער ר' ברוך איז בייא איהם איין געשטאנען אין גלאץ אין איידער דער ר' ברוך הנ"ל איז אין דער שיף אריין געגאנגען איז ער זייער חרוב גיוועזין כ"ז שמענו מן מהו' משה הנ"ל אות באות ולראיה באנו עה"ח היום יום א' ה' ימים לחודש תמוז תקנ"א לפ"ק
עוד העיד עד הח"מ איש חשוב שמו מו' חיים ששמע מאנשי מדינות וואלחיי שאמר השיפער שבא לנגד השיפער שהיה בהספינה שלו הספלאוועס. למה אתה מסכן את עצמך ולא תנתק הספלאווים והשיב שתוק שלא יפחדו הספרדי ובנו כאשר העתקתי דברי בלקוטי הקמח
במותב תלתא הוינא כחדא ואתא לקדמנא המרומם כהר"ר שמחה בהר"ר שלמה מק"ק גאלאץ ואמר לנו בתורת עדות בזה הלשון איך בין געשטאנען בייא דער סיענה איך האב מלוה גיוועזין הר"ר ברוך עם אביו איך האב אום גיקאנט. זענען זייא אריין געגאנגען אין איין שיף נאך מיט עטליכע מענטשין גם עס איז אריין געגאנגען איין דאקטער מק"ק מאהליב מיט אהרן עם אשתו ועם בניו אין מיט זיין גיטץ ער איז געפאהרין קיין ארץ ישראל איז געוועזין אן געבינדען אין דער שיף איין ספלאוו האנץ זייער פיעהל האט דעם דאקטערס אשתו אן גיהויבען צו וויינען אין האט געזאגט זיא וויל אין דער שיף ניכט פאהרין ווארום זיא האט מורא זיא האט געזאגט איך וויל מיך בעהסער אום קערין צו ריק איז אן געקוממען נאך איין שיף איז זיא ארויס געגאנגען אויס דער שיף אין איז אריין געגאנגען אין דער אנדערער שיף זענען ביידע שיפען אוועק געגאנגען מיט דער טינע ביז צו דעם ים אין דאס אלס גוטץ דעם דאקטערס איז געבליבען אין דער ערשטער שיף וואס זיא איז ארויס געגאנגען פון איר נאר דחס מעות האט זיא גענומען מיט זיך אין דער אנדער שיף. וויא זייא זענען געקוממען ביידע שיפען איינע וואס דער דאקטער איז געפאהרין, אין דיא אנדרע וואס הר"ר ברוך עם אביו איז געפאהרין וויא זייא זענען געקוממען פון דער טיענה אין ים אריין איז אויף געשטאנען איין רוח סערה אין האט צו טיילט דיא שיפפען איז דיא דאקטערין געפאהרין מיט איין אנדערען מהלך אין דיא שיף וואס הר"ר ברוך איז דארט געוועזין מיט איין אנדערען מהלך געגאנגען. זייא האבין איינס פון עם אנדערע ניכט געוויסט. מחמת דעם רוח סערה האט עס זייער אויף געהויבען דיא שיף אין דער ספלאוו האט געשלאגען אין דער שיף איז אן געקוממען איין שיף פון סטאמבעל אקעגין האט דער רוז פון דער שיף וואס איז אן געקוממען דער זעהן וואס דער ספלאף האט געשלאגען אין דער שיף האט ער געזאגט צו דעם רוז וואס דער ספלאוו איז בייא איהם שנייט אפ דעם שטריק פון דעם ספלאוו ווארין איהר זענט פאר בייא דער ספלאוו וועט דיא שיף צו שלאגען האט ער איהם צוריק גיענפערק איך האב שוין כמה פעמים אזוי געפירט איין ספלאוו אויף אזוי איין רוח אין גאט האט מיר גיהאלפין איך וועל אים ניט אפ שניידען. אין דעם וויא זייא האבין געשמוסט ביידע רוזין האט זיך אויף געהויבען דיא שיף מיט דעם ספלאוו אויף איין אונד אין האט איין ווארף געטאהן אין איז איין געזונקען געווארין דיא שיף אין האט שוין מער דיא שיף ניט געזעהן אין דער שיף מיינסטער וואס האט דאס געזען אין געקומען קיין גאלאץ האט דער רוז מיט זיינע מענטשין דאס דער ציילט דיא מעשה וואס זייא האבין גיזעהן איך הר"ר שמחה הנ"ל האב אליין גיזעהן וויא דער הר"ר ברוך עם אביו איז אריין גיגאנגען אין