עולם הלימוד · Olam HaLimud
Libraryמשיבת נפש חלק א

משיבת נפש חלק א עב

Meshivat Nefesh part 1 72 · משיבת נפש חלק א · free full Hebrew text

Open in the reader →

פון לאנד שמעבר הנהר ווייסיל אזוי האט דער צאהל קאפעראל גישריגען נחמן משה די ביסט דאש האבין מיר גיזאגט יוא בקיצור ווי איך בין גיזעסין אזוי איז דער ארויס גיפאלין אויס דער טשילנע אין דער ווייסיל אריין אין די טשילנע האט זיך פון עהם אוועק גיריקט אין דער ספאדיק איז פון עהם אראפ אין איז געקומען צו דער טשילנע צו שווימען אזוי האב איך גימיינט אז דאש איז נחמן אין חאפ עהם אן בייא דעם קאפ אזוי איז נאר גיוועזין דער בלויסער ספאדיק אזוי האב איך גיזעהין ווי ער האט גיארבעט אין דעם וואסער אין האט זיך גיפליסקעט אזוי האט דער צאל קאפעראל גישריגען האבלי דא אהער אין ער האט גיצאפעלט אין איז גשפרינגען קיפאער אין האט געשריגען משה משה וויא לאסט די מיך ווי דער צאל קאפעראל האט אזוי געשריגען האב איך גימיינט אז זייא האבין עם ארויס גינומען האב איך דער נאך גינומען דאש קליינע שאווילע וואש עס איז גילעגין אין דער טשילנע הנ"ל אין האב מיך דער מיט צו ריק גישיפט קיין לענקע אזוי האבען מיר גיהארט איין גוטע וויילע מיר זאלין הערין וואש טיט זיך מעבר הנהר איז גיוועזין שטיל האבין מיר גימיינט אז ער איז לחלוטין ארויס געקומען האבען מיר גיהארט נאך איין גוטע וויילע האבין מיר גיהערט איין קול פון ר' שמעון רייטער מקהילתנו יצו אזוי האבין מיר גישריגען אריבער ר' שמעון ר' שמעון איז דארט נחמן אזוי האט דער ר' שמעון געשריגען הה הה עש איז שוין נאך נחמן. וכך אמרו כולם מיר האבן גיהערט דעם פלוסק וויא ער איז אריין גיפאלן. און קלמן האט געזאגט וויא ער איז אריין געפאלן האט אזוי איין פלוסק גגעבן דער נאך וויא מיר האבן גיהערט דעם פלוסק האב איך גזאגט צו מיין ברודער עש האט דארט אפ געריסען פון יענער זייט איין שטיק בארטן אונ איז אריין געפאלן און האט אזוי איין פלוסק גגעבן דער נאך ווי מיר האבן גהערט זיין געשריי ווי ער האט גשריגן משה ווי לאסט דו מיך דער בארעמץ ענק ראטעוועטץ האבן מיר גוויסט אז ער טרענקט אונ דער נאך ווי מיר האבן גיהערט פון ר' שמעון רייטער האבן מיר שוין גוויסט לחלוטין דעם אמת. זהו תורף עדותו

אחרי זה שלחנו אשר האשה מ' חנה פייגל אשת כה"ר נחמן הנ"ל ואחרי התורני מ' שמעון רייטער ואמר לנו ר' שמעון בזה הלשון איך האב מיינע כלים גלאדן האב איך גיהאט תבואה צו נעמען צו לאדן אויף יענע זייט ווייסל האב איך גינעכטיגט אין כפר איבניץ אין דער קרעטשמע אזוי האב איך מיר גיבעט אונ האב מיך גלייגט שלאפן אונ ר' הירשלע שטאבניצער האט דארט אויך גנעכטיקט אין דיא קרעטשמע הנ"ל ער איז אויף גוועזן ער הט גיהאט עפעס צו טאן אונ איך האב גישלאפן איז גקומען ר' הירשלע סטבניצר צו מיר מיט איין גוואלד הייב דיך אויף דער בארום דיך האשטו דו גהערט נחמן איז דער טרונקען גווארן אזוי האב איך מיך אויף גחאפט אונ בין ארום גלאפן קוקן צו דער ווייסל אזוי האב איך עם שוין נישט גזעהן נאר דעם צאל קאפראל מיט די אנדרע א"י וואס זענן דארט גוועזין האבען מיר גוויזין דאש ארט ווי ער איז דער טרונקען גווארן אויף דער גרעסטער טיפעניש עס איז ניט ווייט גוועזן פון לאנד אונ דער צאל קאפעראל מיט די אנדרע בעלי מלחמות האבן מיר דער ציילט ווי זיי האבן גישריגן האבילע האבילע דא אהער דא אהער ווארום מען פלעגט צו רופן דעם נחמן האבילע וואלט ער גישווימען שטראם אפ וואלט ער אפשר ניצול גווארן ער איז אבער גשווימען שטראם אויף איז ער מיד גווארן אונ איז אראפ גפאלן דער נאך איז ער גשפרונגן עטליכע מאל קפויר אונ האט גישריגען משה משה ווי לאסט דו מיך אונ איז ווידער קפויר געשפרונגען אונ האט גשריגן אוי איך בין פאר ביי משה משה ראטעווע דאס אלטץ האבן מיר די א"י פאר ציילט אונ מיר זענן גשטאנן אהן גוטע וויילע ביי דעם וואסער ואין קול ואין קשב איין טייל זענן אריין גיגאנגן אין דער קרעטשמע אונ איין טייל ארוס גגאנגען עס האט איין לאנגע צייט גיווערט אז מיר זענן גיגאנגן ארויס אהין ווי איך בין אזוי ארויס גגאנגען צו דער ווייסעל האב מיר די הענט גבראכן אזוי האבן די מענשן גהערט וואס זענן גשטאנן פון יענער זייט ווייסל צו לענקע צו האבן זיי גהערט מיין קול אזוי האבן זיי אריבער גישריגן ר' שמעון ר' שמעון איז ר' נחמן ארויס האב איך זייא גיענפרט עש איז שוין נאך נחמן אזוי האבן זיי גשריגין יוא דו טרייבסט קאטאוועש אזוי האב איך גיענטפערט איין ביטער קאטאוועס. זהו תורף הגדת ר' שמעון הנ"ל. בענין סימנים שבגוף ובגדים יתבאר מתוך התשובה

תשובה

א) הנה בודאי אם היינו יכולין לדון על טביעה זו שיש לו דין נפל למים שאין להם סוף כבר הי' נקל בידינו לפתוח שערי ההיתר כיון שהיה מוחלט בידינו שאם נשאת לא תצא ועל ענין לכתחילה כבר היינו יכולין לבקש צדדין שונים כיון שכבר ליתא לאיסור דאשת איש שהרי אם נשאת לא תצא ולא היינו צריכין לירד לעומקא עמק הלכה לערות יסודות אשר בנו האחרונים להחמיר בחומרות ולבאר כל חמירא כפי דעת של תורה להלכה ברורה. אמנם באמת אין כאן עדות ברורה רק שנפל למים וכפי דברי עד הראשון וגם כפי דברי הא"י שאמרו עם הצאל קאפראל אז ער איז אללע מאל קפויר געקומען אונ דער נאך איז ער מיד גיווארן אונ איז אראפ גיפאלן. וכבר נודע מ"ש רמ"א (סי' י"ז סל"ד) דאפילו העידו שטבע רק שלא העידו ששהה כדי שתצא נפשו תצא והוא בשם תשובות רמב"ן. ולא נזכר כמה זמן הי' שעמדו הבעלי מלחמות ואח"כ היהודים אם הוא שיעור כדי שתצא נפשו כי מפירש"י יבמות (דף קכ"א ע"ב ד"ה שלום) וז"ל שעדיין יכולה לחיות וכן שני' אבל שלישית שאין יכולה לחיות אמר להם עלתה עכ"ל. משמע דשיעור שתצא נפשו הוא יותר משתי שעות עד שתתחיל שעה שלישית [ועי' לקמן אות יז] וזה אינו מבואר בגב"ע שהי' כך

אמנם בתשובה שדינו נרגא בזה [עי' לעיל סי' כב אות ז] דמה תועיל השהי' שמא הובילוהו המים למקום רחוק שאין קשת הראי' שולטת. והבאנו ראי' לזה מהא דמייתי הש"ס (קכא.) מר"ע שאמר דף של ספינה נזדמן לי [וכן מר"מ שאמר גל טרדני וכו'] ומשמע (שלא) [מדלא] נזכר נס אחר ששהו שתצא נפשם. שכפי דבריהם לא הי' נס אחר ששהו שתצא נפשם. שכפי דבריהם לא היה נס רק מה שנזדמן לו הגשר או הגל שטרדו. וא"כ מאי ראי' אמר שגדולים דברי חכמים לחוש למי שראן שנטבע במצולת הים וצלל כעופרת במים אדירים ושהה כדי שתצא נפשו. אלא ודאי לעולם לא נפיק מדין מים שאל"ס כל שנראה כפי הטבע רחוק שינצל [היינו אם נימא דבלא שהה מדאו' אסורה משום דבכה"ג אין רובן למיתה (נו"ב קמא סי' מג) אי משום דבחזקי עדיפא ערובא (ריב"ש סי' שע"ט) תקשי על מה קאי כמה גדולים ד"ח. בל"ש לא נכלל בד"ח. ועל שהה ליכא ראי'. אבל אי גם בל"ש מותרת מדאו' א"כ ג"ז נכלל בד"ח י"ל דקאי הראי' על ל"ש]. ויש לי להוסיף נופך שאמר מי העלך משמע שפשוט לו שמעצמו בלי שום סיבה לא הי' יכול להנצל ע"י עצמו ואף בדר' חנינא בן דוסא נזכר ג"כ בתי מי העלך ומאי שאלה הוא זו שמא עלתה מעצמה שהרי יכול לחיות כ"כ כפירש"י. לכן נוטין הדברים שכל שטבע ולא עלה מיד כיון שלא הציל עצמו מיד רחוק הוא שיעלה מעצמו כי כל מה שמשתהה יותר נעשה עיף ויגע ובהול מסכנת המות. רק שכל שיכול לחיות אפשר שיועלה ע"י איזה סיבה ושמא ראוהו אחד מרחוק והעלהו וכדומה סיבות שונות לכן פשוט להם שמעצמי רחוק הוא שיעלה אם לא שיזדמן ההצלה ע"י סיבה מקריית. לכן י"ל דלעולם לא נפיק מדין מים שאל"ס שמ"מ ההצלה בדרך רחוקה ועכ"פ אם נשאת לא תצא ושלא כדברי תשובות רמב"ן שהביא רמ"א דבעינן שהה במים שאל"ס כדי שתצא נפשו

ועוד הבאנו ראי' בתשובה ממה דמוזכר בגמרא (קכ"א:)