עולם הלימוד · Olam HaLimud
Libraryהשיב משה אבן העזר

השיב משה אבן העזר קי

Heshiv Moshe Even Haezer 110 · השיב משה אבן העזר · free full Hebrew text

Open in the reader →

הי' תנאי ממש בכל הדינים מ"מ נתבטל בסדר הגט והם אינם מכחישין הסדר וזה ברור בלי שום פקפוק גביית עדות במותב תלתא כחדא הוינא ואתא לקדמנא ה"ה הרבני מו"ה צבי הירש במו"ה שמעון ז"ל והעיד בתו"ע באליו"ע בזה"ל דיא שרה בת יוסף האט מיך גיבעטן איך זאל מיט איהר גיין להמאייסטראט על הורמנא על סידור הגט באשר בעלה איז שוכב על ערש דוי האט ר' מרדכי בר' מענדל מאנסיס פועל גיוועזן ביי עהם אז פר זאלל איהר געבען גט על תנאי בין איך געקוממען ארויף צו מיינשטראט האבן זייא נישט געוולט קיין קיין הורמנא געבן אפילו דאס פאר פאלק איז מרוצה טאר מען נישט געבען אם לא זיא האבען איין טעם הגון כפי הנימוס שלהם האב איך זייא געזגט דאס ענין אז דער גט זאלל זיין אז זיא זאלל נישט זקוק זיין להחלוץ ווען ער וועט חלילה נעדר ווערן האט זיך איינר פון דיא אדונים אן גערופן אז מען וועט געבען אין גט ע"מ להחזיר האט דער פרעזיש רשות געגבן אדעת' דהכי זאלל איך אראפ גיין עם הרב אז מען זאלל געבען איין גט ע"מ להחזיר אונד שני עדי' זאלין זיך חתמינן אז דאס פאר פאלק האבען זיך מרצה גוועזן אז זיא זאללין זיך צו ריק נעהמן אז ער וועט געזונד ווערען אין מען זאלל דאס ביניהם איין שרייבין אין פרעטקאל באופן זה זעננען מיר אראפ גענאנגען זעננען מיר געקוממען צו דעם חולה ר' בער בן ר' אייזיק הכהן האט הרב אן געהויבן מסבב צו זיין בדברים מיט עהם מחמת דעם גט באשר דוא טוסט רעכט וואס דיא דיא גוסט איהר גט אז זיא זאלל נישט זקוק זיין לחליצה האט ער געפרעגט וועל איך זיא מעגען צו ריק נעהמן האט ער עהם משיב געוועזן פר וואש זאללסט דיא נישט מעגען צו ריק נעהמן וויא מען וועט דא זאגען אזוי וועט זיין האח מען אן געהויבן מסדר צו זיין דעם גט כסדר כל הגיטין וויא עס איז געקוממען צו עהם אז מען האט איהם געפרעגט אויב ער וויל געבען גט אן אונס אין אן תנאי איז ער געבליבן וויא שלאף האב איך מיך אן גערופן ר' בער איך בין דיך דרינן אז דיא וועשט זיא מעגען צו ריק נעהמן אין זאג נאר נאך האט עהר געזאגט וויא מען זאגט ביי איין אנדערן גס וויא עס שטייט וויא מען זאגט ביי. אין סתם גט האט טען געשריבן דען גט אין דמן האט עהם איבר ליינט נאך דען חתמנין האט מען ווידער אן גגהובן צו פרעגין כסדר הגטין איז ער דער שראקין געווארן האט מען עהם געהייסין אפרוען אונד מען האט עהם געגעבין איין ביסל איין געמאכץ אין האט עהם אפ געוואשען מיט יין האט הרב געזאגט וואס דער שרעקסט דיא דיא האסט מער נישט אן צו ווערין נאר איין סעודה וועסט דיא מאכין אונ פיר שטענגלך. אין פין דעסט וועגען בוסט איהר מאן אין זיא איז דיין ווייב אונ זיא האט אויך אן געהויבן צו וויינען האט זיא דער רב אויך אן געהויבן מנחם צו זיין אונד האט געזאגט פין דעסט וועגען ביסט דיא זיין ווייב אונד ער איז דיין מאן. האט מען עהם געזאגט אתה דוב המכונה בער בן יצחק המכונה אייזיק הכהן גושט דיא דיין ווייב גט אן אונס אין אן תנאי האט ער גאזאגט יא וכו' כסדר הגט דער נאך האט מען עהם ער טייטט הרי זה גיטך וכו' וויא עס שטייט אין איר אויך האט ער זיך [אויש גענומען] אז ער וועט ניט קענען זאגען הרי את מותרת לכל אדם בנשימה אחת מען זאלל עהם זאגען מלה במלה דאס ווארט מעכשיו האט ער נישט געזאגט. ער האט געזאגט מעצב מעכב האט מען אוף טייטש געזאנט פין אצונדערט אן. האט ער געזאנט לבסוף האט ער געגעבען דעם גט נאך דעם האט מען חרם געגעבען אז מען זאלל ניט מוציא לעז זיין על הגט כסדר ככל הגיטין אונ מען האט זייא אן געזאגט בחרם אז ער וועט געזינד ווערען. אין געדענק נוט מיט וואס פר איין לשון מען האט געזאגט דען חרם צו האט מען גאזאנט אז ער וועט גצזונד ווערען זאללין זיא זיך צו ר"ק נעהמען צו איין אנדער לשון עכ"ל. ור' הירש הנ"ל הי' עד החתימה והמסירה: שוב העיד ר' וואלף ב"ר שמואל עד המסירה השני בזה"ל בת"ע באליו"א הרב האט עהם געפרענט ווילסט דיא געבען דיין ווייב גט על תנאי אז דיא וועסט געזינד זיין וועסט דיא זיא צו ריק נעהמין האט ער געזאנט יא. האט מען געזאגט וויא דער סדר בכל הגיטין או תנאי אין אן אונס וכו' אונד מען האט עטליכע מאהל געזאגט אז דיא וועסט געזינד ווערדין וועט מען שטעלין פיר שטענגליך וועסט דיא צו ריק נעהמין וועסט דיא זיין זין ווייב אונד ער וועט זיין דיין מאן. האט מען געשריבען דען גט ומסדר געוועזן כסדר כל הגיטין סתם אין מען האט אן געזאנט ווער עס ווייסט עפיס אמין פסול בג. זאלל זאגען כמו שנכתב בסדר הגיטין האט מען עהם געגעבען דעם גט האט מען עהם פר געזאגט כסדר כל הגיטין האט עהר געזאגט דאס ווארט מעכשיו האט ער נישט געקאנט זאגען האט ער געזאגט מחצב איך בין מסופק אויב עיר האט רעכט געקאנט זאגען הרי את מותרת לכל אדם מען האט עהם געהייסין זאגען אויף טייטש ווייס איך ניכט אוב ער האט געזאגט אויף טייטש עס איז איין רעש געוועזין האט ער געגעבען דעם גט. האט הרב חרם געגעבען אז מען זאלל ניכט מוציא לעז זיין על הגט. גם האט ער חרם געגעבען אז זיא זאללין זיך איינש דאש אנדערע נישט אפ טרעטען אז ער וועט געזינד זיין זאלל זיא ווידער חתונה האבען זיא זאלל זיין זיין ווייב אונ ער זאלל זיין איהר מאן עכ"ל עוד העיד לפנינו ר' הירש הנ"ל אז מען האט געזאגט אז מען האט געזאלט געבען דען גט צו דיא עידי מסירה אתם עדים וכו' דעו וראו שהבעל ימסור הגט וכו' לשמו ולשמה וכו' כמו שכתוב בסדר הגיטין. וכן העיד העד השני. שוב העיד לפנינו ר' חיים בה' שלמה בתו"ע בזה"ל דער הרב איז גו צו גיין צו עהם הרט ער צו עהם גזאגט דער שרעק אא געקוממען דיא זאלסט געבען דיין וויב גט בזה התנאי אז דיא וועסט געזינד ווערין איז זיא דיין ווייב דיא טוסט מעהר ניט נאר טאמער שטארבסט דיא וועט זיא פטור זיין פין חליצה וויטר האט הרב מסדר געוועזין איך וייסט נישט וואש ווארים איך בין קיין מאהל ניט געווען ביי' קיין גט האב איך נישט מהדר געוועזען ביז אין גט געבען נאך דעם אז מען האט גט געגעבען האט הרב געזאגט בחרם בזה"ל איך גיב חרם אז ער וועט געזינד ווערין זאללין זיך איינס דאס אנדערע ניט אפ טרעטען זי זאללין ווינען וויא פריער איך וועל אי"ה ביי' אייך זיין אויף דער סעודה עכ"ל. שוב העיד ר' משה ב"ר דוד בתו"ע בזה"ל דער הרב איז צו עהם געקוממען אונד האט עהם געזאגד דיא וועסט געבען דיין ווייב איין גט על תנאי דיא ווערשט מעהר נישט אן אויב דיא ווערסט שטארבין דיא זאלסט פטרין דיין ווייב פין חליצה אז דיא ווערשט לעבען איז זיא דיין ווייב אין דיא בישט איהר מאן אין דעם סדר הגט געדענק איך נישט אויב מען האט געזאגט אן תנאי האט מען געזאגט ער איז איין כהן האט הרב געזאגט עס איז אגט על תנאי האט מען געגעבען דעם גט האט ער נישט געקאנט זאגען דאס ווארט מעכשיו האט ר' משה סאאבריר געזאגט זאג עהם פין אצונדערט אן האבן מיר געהאט צו טאהן מיט עהם איי ער האט געזאגט האט ער זיך דער שראקין האט הרב געהיסין עהם זאגען אז ער זאלל זיך ניט דער שרעקין דאס איז נאר גט על תנאי איך ווייס ניט ווען דאס איז געוועזין צו פר דעם גט צו דער נאך דער נאך האט דער הרב געגעבען חרם אז מען זאלל ניט מוציא לעז זיין אונד האט געזאגט אז מען וועט אפשר בדארפן אין חופה צו שטעללין אין חתונה צו האבען אין דער נאך האט ער געזאגט בחרם אז זיא איז דיין ווייב אין ער איז דיין מאן אין דיא טארסט נישט אנדרע ווייב נעהמען אונד זיא טאהר קיין אנדרען מאן כיט נעהמען עכ"ל. שוב העיד ר' אברהם אביש בר' ישראל איסר בתו"ע בזה"ל דער הרב העט געזאגט צו עהם דיא וועסט געבען גט על תנאי דיא בעדארפסט דיך ניט צו דער שרעקן דיא ועסט געבען גט על תנאי אז דיא וועסט אויף שטיין וועט מטן שטעללין פיר שטענגלך דער נאך האט מען געזאגט עהם פיר וויא דער סדר איז פון איין גט איך ווייסט ניט וואס מען האט עהם געזאגט איך האב שטיל געזאנט צו איינם וויא וועט ער זיא צו ריק נעהמען ער איז איין כהן האט מען מיר נישט משיב געוועזן דראויף דער נאך ביי' דעם גט געבען בין איך נישט געוועזען עכ"ל. שוב העיד ר' משה בר' יהוד' זינדל בתו"ע בזה"ל איך בין געקוממען וויא דער הרב האט געזאלט מוסר זיין דען מאן דעם גט אין דער האנד אריין קיין תנאי איז נישט געוועזען דער ביי' אין געדענק ניט אויב מען האט בפירוש גיזאגט אן תנאי האט מען עהם פור גאזאגט וויא מען זאגט ביי איין גט אונד קיין תנאי געדענקט איך ניט רק ער האט ניט געקאנט זאגטן מעכשיו האט ער געזאגט מחציב האב איך מיך אן גערופן מען זאלל עהם זאגען אויף טייטש פון אצונדערט אן ווייס איך ניט צו האט ער געזאגט צו האט ר' משה בר' דוד געזאגט דאס האט מען געגעבען דעם דער נאך האט הרב בחרם געזאנט איהם אין איהר אז ער וועט געזינד ווערען זאללין זיא זיך צו ריק נעמען ער זאלל קיין אנדער ווייב ניט נעהמע אונד זיא זאלל קיין אנדערען מאן ניט נעהמן האט מטן געזאגט עס וועט עפיס קאסטן האט הרב געזאגט וואש וועט קאסטן ער וועט עפיס איין וועטשרע מאכן אונד מען וועט פיר שטענגלך שטעללין עכ"ל: כל הנ"ל הוגבה כדין וכדת בפני הבעל והאשה יום ג' חו"ה פסח הקמ"ט לפ"ק פה"ק פרעמעסלא יע"א פה"ק יוסף אשר הערין בערג ה"ק משה טיטל בוים ה"ק שמואל הייליג. שאלה ע"ז מהרב הגאון המפורסם הגדול בדורו זקן שקנה חכמה מהו' זאב וואלף זצ"ל שהי' אב"ד בכמה קהלות ישראל וזה לשונו: נדרשתי על המקרה אשר קרה פה מקרה בלתי טהר גברא שאיש א' מעניי עירנו אזיל לי' לעלטא דקשוט ושביק חיי לא ולכל ישראל ולא הניח זרע ואין לו אח ישראל רק אח אחד אשר זה זמן רב קדם נשואי אחיו המיר דתו דת ישראל וחלף ועבר בגיותו ממדינה זו ואח"כ קודם נשואי אחיו זה בעת שערורית הקונפדראציע נתראה פה עם אנשי המלחמה הקאזאקין והי' גם הוא א' מהם ונתראה אז פה להתעולל על אמו וגיסו לתת לו מעות והוכרחו ליתן לו ואח"כ מאז ועד עתה זה קרוב לשלשים שנים לא נראה ולא נשמע ממנו מאומה ואומרים רוב העולם שקרוב לודאי שמת או נהרג כי לולא זאת הי' בא הנה וגם מאז זה כמה שנים הי' למאסקוויטר מלחמות רבות וגדולות עד הנה והקאזאקין ההם שהמשומד הנ"ל ביניהם הם הגוליירין היורדין תחלה למלחמה. וכעת האלמנה ההיא הנעצבת דפקה על פתחי ונפשה מרה לה להתעגן עולמות אם נצריך לה חליצה כי