דברי חיים חלק ב שצד
Divrei Chaim part 2 394 · דברי חיים חלק ב · free full Hebrew text
Open in the reader →שמכרה הכל בטב"ע ובהכרה טובה ר' יואל הנ"ל העיד כל הנ"ל ה' שבט תרי"ח לפ"ק בחומר עדות
עדות של ר' יואל ב"ר מרדכי אחי האשה דאבריש אשת הנטבע הנ"ל: איך מיט אחותי דאבריש זינדן גיקומין לכפר טשעוויץ לר' משה דיזער גינג מיט אונץ לערל יאציק יאניש לכפר טערזיזען איך פראגטע דעם ערל אויב איך בייא איהם פישע בעקוממע דיזער זאגטע הייטע ניכט ווען דיא ווייקסל אפ פאלין זיין ווערדע דא האטע ער פישע צו פאר קויפין דא זאגטע איך צו איהם אויב מען מיט וואססער דיא פישע נאך קראקא ברינגע אין דעם עס איזט אין געפאהר. דיזער לאכטע איך ערצאעהלע איהם דאס אים זאממער איין פישער דער איממער אויף וואסער לויפטע בייא ווארשוי ערטרינקן איזט. דער ערל זאגטע דאס אויך היער איין יודע מיט נאהמען עקיבא אויס קראקא ערטרונקן זייא אונד ער איהם נאך פערלויף פין 16 טאגע אין דעם דארפע בעקאממען האטטע. איך פראגטע איהס אויב ער דעם יודן פריר געקאנט האטטע. דא זאגטע ער דאס ער איהם פאן אונגעפעהר 20 יאהרין קעננע. דא זאגטע איך איהם דאס ער זאל מיר ערצהעלין וויא דאס צוא גינג דא זאגטע ער מיר איך האבע איינעם מענטשין שוויממען געזעהין. האבע איך איהם עהמפאר גענאממען דא ערבליקטע איך דאס עקיבא איזט וויא איך איהם אויפס געזיכט ערקענט איך פירכטע מיך דאס איך זאללע ניכט פילייכט אום שטענדע האבען בווייל איך וויססטע דאס ער בייא זיך געלד האטטע זא גינג איך אונד באנד איהם אין וואססער אין גינג צו מיינער פרויא דיזע מיינטע דאס איך זאל געהין צום וואלעק זיין שכן וויא גינגען מיר אונד נעהמען איהם הערויס. זויא וואר ער גאר ניכט פאר ענדרט בלויס דאס מויל האט ער גרעסער נאך איינער האלבען שטונדע אומגעפאהר איזט ער פאר ענדערט געיוארדען. אויך דער וואלעק האט מיר דאס זעלבע געזאגט איינע ערלית טערעסיק האט מיר גיזאגט זיא איזט גראדע ביים וואססער געוועזען דאס זיא האט איהם גלייך ביים געזיכט ערקענט אויך הבחור איצק מכפר טשעוויטץ איין יונגע פאן 17 יאהרע האט מיר געזאגט דאס ער איזט גלייך צום וואסר געגאנגין וויא עס איזט איין רעש געווארדען דאס ער האט איהם גלייך ביים געזיכט ערקענט אונד ער איזט צום ערקענען געוועזין אונד אין איינר שטונדע האט מען איהם ניכט מעהר ערקענט. אללעס איזט פאר ענדערט אן איהם געווארין כל הנ"ל העיד בפנינו ר' יואל ב"ר מרדכי אחי האשה בתו"ע יום ב' כ' שבט תרי"ט
עדות של האשה מ' אסתר אשת ר' רפאל מכפר סאלקאווע איך בין גישטאנין אונד האב גיזעהין וויא דער עקיבא איז אראפף גיפאללען פין לידקעלי אין וואסר אונד האט זיך ארויף גיחאפט אונד האט גשריגין לערלים מען זאל איהם רעטטען אונד איז באלד ווידער אריין גיפאללען אין וואססער עס האט גידויערט בערך א' רבע שעה וויא איך בין נאך היר גבליבן שטיין אונד האב איהם ניט מעהר גיזעהין. כ"ז העידה האשה הנ"ל באיום בתו"ע ביום ג' י"א מרחשון תרי"ט
עדות של ר' משה בן אלעזר מכפר טשעוויטץ. פרייאטאג אים 6 אוהר פריא איזט פאר מיין קרעטשמא על הווייקסל איין בויער געשווימען מיט איין לידקעלע מיט פיש. פראג איך איהם וואהין שווימסט דוא ענטפערט ער דאס איז עקיבאס פיש ער איזט דער טרינקען ווארדען וויא איך דאס געהרט האב בין איך תיכף אהין גילאפין אונד האב מיט גינומין מענטשין אויף דעם אורט וויא ער איזט דער טרינקען ווארדען אונד האב גיהייסין זיכן דארט איזט אויך גיוועזין איינע אשה אסתר אשת ר' רפאל מכפר סאלקאווא דיא אשה האט דער ציילט דאס זיא האט גיזעהין וויא ער איזט דער טרינקען גיווארדען אונד האט צווייא מאהל זיך ארויף גיחאפט אונד האט גשריגן גיוואלט איזט זיא גילאפין נאך מענטשין איהם צו רעטטען נור זיא האט נישט גיקענט אזוי געך געפינען מענשין אויך האב איך גיהייסין זוכן אבער מען האט נישט גיקענט געפינען איך האב פיעל בויערין גיבעטין אז מען זאלל זוכן דען נטבע. ביום שבת פ' תבוא זענין נו מיר גיקומין צווייא בויערן נישט די בויערין וואס איך האב זייא גיזאגט דאס זיי זאלין עהם זוכן רק אנדרי בויערן דיא בוירען האבן מיר גיזאגט זאגט דאס זיא האבין עקיבא געפינדן בין איך גלייך לשם גילאפין אונד האב איהם גיטראפין בווייקסל ליגען אנגיהאנקרט איך האב איהם ארויס גינומין מן המים מיט זיינע מלבושים וואס איך האב דער קענט אינד האב גיהייסין זוכן אין טאש בימין ירכו דען איך האב גוויסט דאס ער האט תמיד אין דער טאש מעות וכן הוה מען האט איהם אויס דער טאש ארויס גינומין איין טייססריל מיט מעות אונד פאפירן האב גלייך בעפוילן מען זאל לויפן קיין קראקא בשביל המשפחה ובמוצאי ש"ק וענין המשפחה גיקומין אונד איהם לידם מוסר געוועזען מיט הטייסטריל מיט פאפירן. דער קענט האב איך הנטבע מכח המלבושים דורך דיא שטאטור וואר אינמעגליך צו דער קענען ווען איך העט נישט געוויסט אז עקיבא איזט ערטרינקן ווארדין נור דארך המלבושים גם דיא הענדע וועלכע תמיד זענין שווארץ גיוועזין האב איך גיזעהין דאם זייא זענין נאך אזויא שווארץ וויא תמיד אויסער דעם איז נישט גיוועזין צו דער קענען כל הנ"ל העיד באיום בתו"ע קראקא יום ב' כ"א אלול תרי"ח
ר' שכנא שליח ב"ד ור' איצק שליח ב"ד העידו בתו"ע שהאשה דאבריש אשת הנטבע הגידה סימנים במלבושים אשר הובאו הנה היינו על המכנסים נמצא שטרייפליך פאסעליך דער גרונד וואר ווייס אונד דיא פאסעליך בלויא גם אמר' שבארבע כנפות נמצא זייגער טעשיל מצד שמאל ועל הכתונת נמצא רשום אות ק' ראש התיבה מן קיבא מרוקם בחוט שני ראטה וגם אמרה שיש בו מאחריו סימנים שיש לו שלשה רשומי חתיכות מאחוריו ומחמת שהי' לו מאחוריו חבורות וחתכוהו הרופאים לרפאותו ורשומי החתיכות ניכרין והעידו שכל הנ"ל נמצא בהמנוח הנפטר הנ"ל גם העידו שהאשה הנ"ל נתנה להם חתיכה מהצייג של המכנסים ואח"כ חתכו מהמכנסים א' חתיכה מאותן מכנסים אשר הובא לבוש בהם ונמצא הכל נכון גם העידו שנמצא אצל המנוח בייא גארטיל שלו ורייזע פאס שלו גם רשום בכתיבת ידו חובות שמגיע לו מאביו ז"ל מערליס ומה שהוא חייב לאביו ולשאר אנשים וגם נמצא אצלו א' סכין שלו וגם א וועקסיל על אדרעסי שלו בח"י ערל אחד גם בשעת קבורה חתכו השלוחי ב"ד הנ"ל מן המכנסים ומן הכתונת איזה חתיכות ואותן החפיצים היו לנוכח עינינו הבד"צ ג"כ
כל העדות הנ"ל העידו לפנינו הבד"צ העדים הנ"ל בתורת עדות
ולהיות לראי' חתמנו שמינו פה קראקא יום ג' ב' אדר שני תרי"ט לפ"ק: הק' אברהם יענר. ישראל יהודא ליב סג"ל. אברהם מאיר גרייווער
תשובה מחמת גודל טרדותי כעת בעניני דפיסחא לא אוכל לבא בארוכה לפלפל בסוגיות הש"ס ובפרט כי אינו נוגע לענין הדין כי כבר דברו בזה הרבה ראשונים וגדולי האחרונים אין בידינו מסברותינו לחדש בזה פעוטי השכל ואין לנו רק להקים הדין עפ"י רוב דיעות כי יש סברות הרבה וכ"א ימצא מקום להתיר או לאסור ולכן אין בידינו רק לילך בתר רוב הדיעות והפלפול הוא רק דרוש וקבל שכר. והנה לאשר אני מוטרד בפלפולים אחרים לכן לא בארתי רק להבין עיקר הדין אליבא דרוב הראשונים וגדולי האחרונים ובפרט כי הדבר פשוט להתיר לפע"ד בנ"ד אליבא דכ"ע. דהנה עדות של ר' יואל בר' מרדכי מפי הנער שאמר בזה"ל דאס ער איזט גלייך צום וואסער געגאנגין וויא עס איזט איין רעש גיווארדין דאס ער האט איהם גלייך ביים געזיכט ערקענט אונד ער איזט צום ערקענען געוועזין אונד אין איינר שטונדע האט מען איהם ניכט מעהר ערקענט. אללעס איזט אן איהם פאר ענדרט געווארדין עכ"ל. והנה לכאורה סותר הנער בעדותו את ר' משה שאמר שלא הי' אפשר להכירו אך באמת אין כאן סתירה כלל (דכן קיי"ל בכ"מ שמתרצים העדים שלא יכחשו זא"ז) כי הנער גופא אמר שלאחר מעט שעה נשתנה ולא הי' אפשר להכירו א"כ מסתמא הנער ראה אותו טרם שראה אותו ר"מ והנה ר"מ אמר שהוציאו מהמים וא"כ לפ"ד הנער שאמר שראה אותו מקודם כנ"ל בודאי הי' תוך המים הגם שלא פירש רק מסתמא כן הי' כיון שר"מ לא הכירו שנשתנה בשעת הוצאתו מהמים והוא הכירו ש"מ שהוא ראה אותו מקודם ובהיותו במים שהרי ר"מ הוציאו לאח"כ מהמים וא"כ בשעה שהנער ראהו הי' תוך המים אך לכאורה קשה להאמין דבר זה דאם הי' תוך המים האיך ראהו בט"ע ואולי הי' בחוף הנהר שאין המים עמוקים רק עברו המים על גופו ופניו בקצת והי' תוך המים ויכול להכירו ומה שאמר ר' משה שהי' אן גיהאנקרט בהמים איני מבין כוונת לשונו ואולי שהי' מסובך בשפת הנהר בתוך המים כדי שלא יוכל לשוט אנה ואנה אך עכ"פ נראי' הדברים שהי' תוך המים בשעה שראהו הנער וא"כ הרי ראהו לאלתר והכירו בט"ע וגם הי' בו סימנים דהחתיכות שלשה שאמרה האשה עכ"פ סימנים אמצעים הוי ולכן די בעדות זה לכ"ע דנהי דנחמיר כדברי הרא"ש ז"ל בר"פ האשה שלום] וסייעתו דראה הטביעה לא מהני גופו שלם וט"ע רק עם סימנים מ"מ הא ודאי כולהו איתנהו ובודאי א"צ כאן סימנים מובהקים כמבואר ברוב הפוסקים ובב"ש ז"ל [סי' י"ז סכ"ח] והגם