חוט השני קכח
Chut Hashani 128 · חוט השני · free full Hebrew text
Open in the reader →והשיב הרועה איך מוז בייא מייני בהמות בלייבן. והשיבו הרצחנים מיר וועלין אין וואל צו רעכט ווייזין בו ביום לעת ערב זענין דיא רצחנים ווידר צו רוק קומן האבן דיא מלבושי' אום גיווענט אן גיהט גם אחרי דאז דער ראש האט דען רועה אב גיהערט דהיינו איזה ימים אחר שנקבר איז דער רועה לבית ב"ב ר"ו קומען אונ' האט מסיח לפי תומו גיוועזין ככל הדברי' הנ"ל דא דער ראש הוט גיפרעגט איז קיין יודי דער בייא גיוועזין. גם העיד דא דער רועה האט מסל"ת גיוועזין האט ער אך גיזאגט וויא ער דעם ראש גיזאגט האב וויא דיא רצחנים צו ריק ווידר קומן הבן זיא דיא מלבושים אום גיווענט אן גיהאט וזה ראיה דאז מלבוש פום רוצח זיין רוטי אונ' בלוא גיפודרט ובדקו במלבוש ונמצא שכן היה. גם העיד דיא ערלים שהוציאו הקול הרינה הנ"ל מתחילה הבן ויא אך גזאגט וויא דער רועה כדבריו הנ"ל דר ציילט הוט לחתנו של השופט מכפר ריינסי ביום ג' ג"כ אב למחרת יום הריגה וחתנו של השופט השיב בין עבין ביער גיוועזין הבן מייני סוסים ניט וארט גיוועלט האב איך גידאכט אז זייא ערגינט איין חיה אם יער צו ריסן גיווארדן. אח"כ ביו' א' האט חתנו דר ציילט לחמת השופט כדברי' הנ"ל הוט השופט גישיקט אחר הרועה האט ער אים אך דרציילט כדברי' הנ"ל אזו האט דער שופט כפריים הנויז גיבאטין האט מן גיפונדין דער הרוג במקום ההוא ווא די סוסים ניט פארט הבן וועלין גיין. גם העיד העד הנ"ל ער האט וועלין איבר ריין פארין הבן דיא ספני' מסיח לפי תומם גיוועזין דער רועה ווער בייא זיא גיוועוין ביו' ג' כ"ג אב למחרת ההריגה אונ' האט חוקר גיוועזין אוב זיא איין יודי הב איבר גיפירט אזו הבן זיא גיזאגט ניין בתוך י"ד ימי' קיין יודי עני איבר גיפירט אבר איין יום נאך דעם אז זיא דער רועה גיפריגט האט דהיינו ביום ד' כ"ד אב העטין איין ארים באר פאלק איבר גיפירט איש ואשתו והעד הנ"ל העיד דז איש ואשתו ביום ד' כ"ד אב זענין צו וילפשבורג גיוועזין והעד מכיר אותם מי הם גם העיד העד הנ"ל דז עד ביום א' אחר הקבורה מיט איינם ב"ב נקרא שלום הנויז גנגין זייני מלבושים וכתבים צו הולין באותו מקום שהודה הרוצח שהחביאם שמה איז אים איין ערל בגיגנט אויז ריינסי ואמר לפי תומו דא טראגט דער יוד דיא קליידר פון דעם ארמי טייבל דער דרשלאגין איז גיווארדן ער איז דורך מיין טארף גנגין האט איין טרונק וואסיר אין מיינם הויז גיטון הב איך גיפריגט ווער ער איז האט ער גיזאגט עס וואר איין יוד ער הייסט מאיר ער ווער אויז פולין. וכפריים אחרים מריינסי הבן גיזאגט באותו פעם דאז דיא רצחנים ועני אים נאך גנגין אונ' הבן דיא רחצנים גינענט בשמם אונ' הבן גיזעהן וויב די רצחנים זעני גנגין הינטר דעם כפר הרום ניט דורך דז כפר אונ' איטליכר איז איין זונדרין וועג גנגין זה מצד זה וזה מצד אחר אח"כ תיכף הבן זיא גיזעהן אז דר יודי מיט אין גנגין איז. גם העיד העד הנ"ל איך שמע מפי התליון מסיל"ת בבית ר"ו הנ"ל דז דער רוצח האט ניט וועלין מודה זיין ביז ער דען שטריק האט אום דען הלז גיהט האט ער אין הייסן שטיל האלטין אונ' הוט אים לוחש באזניו גיוועזין דז ער אום דעם יודי דא דער רועה פון גיזאגט האט הב ער דען קאפא גיהלטין וחבירו דער מיט גנגין איז אין הורג גיוועזין. הב ניט מין בייא אם גיפונדן אלז ט"ז פץ אונ' האט אך מודה גיוועזין זיין כתבי' ווארט מן פינדן ד' פסיעות רחוק מן המקום שהרגו אותו אונ' איז אך אזו גיוועזין העד הנ"ל האט עז זעלברט גיהולט אונ' גפונדן במקום שהודה עוד העיד העד הנ"ל בשעה דא מן דען רוצח האט דן גיוועזין האט אשת הרוצח גיזאגט דיא אמפט שרייברן ברענגט מיין מן אום זיין לעבן דען דיא אמפט שרייברן האט דיא רצחני' מסית גוועזין זיא זאלין אים נאך גיין אז ווער איין יוד אונ' זאלין אין ממית זיין עכ"ל עוד העיד לפנינו באליו"ע משרתו של הר"ר וייבש וילפשבורג הנקרא יעקב בר נפתלי וז"ל שמעתי פון מיינם ב"ב דז אשת הרוצח הנידון האט גירעט דיא אפמט שרייברן ווער חייב במיתת בעלה דען נתן בן ב"ב ר"ו הנ"ל האט מהרר"מ הי"ד מלו' גיוועזין איבר דיא בריק איז אים דיא אמפט שרייברן בגיגנט האט גיפריגט ווא פירסטו אין הין והשיב איך פיר אין אויף גערמרשהיי' צו איז זיא תכף ומיד ווידר היימן גנגין אונ' דיא רצחנים נאך גישיקט זיא זאלין אין ממית זיין עכ"ל מקצת עדות הנ"ל הוגבה ביו' ג' ט' אייר ת"ך ומקצת העדות הוגבה ביום ב' ט"ו אייר ת"ך כי ביום ג' הנ"ל פנה העד הנ"ל לדרכו ולא חזר ובא עד היום
עד בעל כנפים ארך הנוצה מרבה תבונה מרבה עצה. תורתו אין בו שום דופי ושמצה. חכמתו ומעיינתו יפוצו החוצה. מאן דאית ליה נגרא דפרזלא אחריו ירוצה. ה"ה