אמרי צדיקים תנד
Imrei Tzadikim 454 · אמרי צדיקים · free full Hebrew text
Open in the reader →נעשה עי"ז האדם ישר ומשנעשה ישר שוב אינו חפץ רק מה ששייך להשי"ת
עוד שם בלקוטים דברי התחזקות מאדומ"ו ז"ל בעניני תשובה מועתק ממש כלשונו הקדוש, תשובה צוא מתקן זיין בעולמות עליונים איז ניט אונזער ערך, אונזער תשובה איז צוא מתקן זיין זיך אליין אלהבא, תעניתים וסגופים ניצון מיר ניט נאר מיט ג' תנאים, איין געזונטר מענטש אין איין גראבי עבירה ח"ו און אין דיא קליינע טעג, גיבין מיר יוא איין מאל רשות צו חאפין איין מאהל איין תענית, און דאס אז מען זאל טרינקען ווארעמס פאר טאג, און דאס ניט מיר האלטין דער פון נאר כדי ער זאל ניט אריין פאלין אין עצבות ומ"ש ח"ו, עצבות ברענגט צו אלץ, תשובה אין אונזר ערך טייטשין מיר סור מרע על ידי ועשה טוב, משכו איז טייטש אוועק ציהען און צו ציהען, אז מען ציהט ארויף אויף זיך קדושה ווערט מען ממילא אוועק גיצוגן פון שלעכטץ, מיר טייטשין והנדחים בארץ מצרים, מען קאן נדח ווערין פון דער קדושה ח"ו אז מען איז זיך מיצר מיט תענית וסגופים ממ"נ גייט מען ניט אויפן גלייכן וועג איז דאך תענית וסגופים אויך ניט גלייך, אלא מען גייט אויף דעם אמתין וועג, איז דאך עסין און שלאפין אויך גוט, מען גיהער זיך אויס שלאפין און אויס רוהען כדי עס זאל דאם הארץ זיין אין גאנצין, ווארום תשובה איז דער עיקר חרטה, און דאס הארץ איז דיא כלי פון חרטה, אזוי האבין מיר מקבל גוועזין פון אונזערע עלטערין פון גרויסע צדיקים
בשם הרה"ק רש"ק זצ"ל, אז עס קומט צום עסין און מען איז זיך מקרר פון תאות אכילה ווערט דאס גירעכינט גלגול שלג
התעוררות מאדומ"ו זצללה"ה ע"ד התפלה בהתקשרות לצדיקים באמונה מועתק כלשונו הק' ממש, דער מקור איז אמונה בצדיקים ובפרט אין דעם צדיק וואס מען פארט צו איהם, און דעם חיות וואס ער טוט אריין אין דעם דאוונען אין דעם לערנען אין יו"ט אין ר"ח, אדער ער האט שוין גענומען אדער ער דארף צו נעמען, דברים העומדים ברומו של עולם, דער פשט איז דברים העומדים ומעמידים את האדם ברומו של עולם, ואשר משרתיו כולם עומדים ברום עולם, אז מען שטעלט זיך פאר איין. משרת באיי גאט ב"ה איד שוין עומדים ברום עולם, לאמיר קלערין אז מען האט ניט קיין חיות וואם איז דען, דינט גאט כשור לעול וכחמור למשא, קדש לי כל בכור הייליג צו מיר דיין מחשבה, דאס הייליגקייט פון דיא רצועות, און פון דיא בתים, און פון דיא קשרים און פון דיא פרשיות, דאם נעמט אלץ אויף זיך איין יוד, ע"ש
בשם הרב הק' רש"ק מועתק בלשונו הק' וז"ל, אום שבת זאל מען אונמוטיג זיין, בתמיה, מען גיהער זיך זייער שעמען פאר שבת, אזוי וויא שבת איז גרויס זאל איך ניכט הארכין, בתמיה, דיא פעולה איז דער פון אז מען שעמט זיך אויף דער וועלט פאר שבת, אז מען קומט אויף יענער וועלט איז פאראן אזוי איין מענטש וואס ער איז מקיים כל התורה ומצות, נאר ער האט ניט גיהאט דעם תענוג און דעם ברען, קומט ער אהין הייסט מען איהם אריין אין ג"ע נאר ער האט ניט גיפילט דעם תענוג אויף דער וועלט, פילט ער דארט אויך ניט דעם תענוג פון ג"ע, ווער עם איז איין נער איז ער מתרעם, וואס איז דער לארם פון ג"ע, גיט מען איהם אווארף, דאם איז איהם ערגער פון כל המיני יסורים כו', ביז ער מוז אן קומען צו איין צדיק פון דער וועלט ער זאל איהם אטובה טהון, דיא פעולה פון דעם ווער עס שעמט זיך אויף דיא וועלט פאר שבת, שבת מעין עוה"ב, קומט ער צום שכל ער זאל דארט זיך אויך שעמען, וואס טייטש ג"ע איז דאך אזוי גרויס און איך הער דאס ניט, העלפט איהם גאט ער זאל דארט דער הארכין
עוד שם מעין עולם הבא יום שבת מנוחה, בשם הרב הק' ממעזיבעז זצ"ל אמר מעין עוה"ב שבת איז דער מעין פון עולם הבא, שבת איז העכיר פון עוה"ב: